הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ד'
חז"ל האבן געזאגט: פאר דריי עבירות באשטראפט מען דעם מענטש אויף דער וועלט, און ער האט נישט קיין חלק אין עולם הבא, און דאס זענען זיי: עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים – און לשון הרע איז כנגד זיי אלע. און די ראשונים טייטשן, אז חז"ל רעדן פון די וואס זענען תמיד צוגעוואוינט צו דעם עוון פון לשון הרע, ווייל די זאך איז ביי זיי געווארן ווי א היתר פון גרויס געוואוינהייט.