הלכות חפץ חיים
הלכה 42 / 215

הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ג'

דער מספר לשון הרע איז עובר אויף "לא תלך רכיל בעמיך" ווען ער האט צופעליג דערציילט די גנות פון זיין חבר. אבער אויב, חס ושלום, האט ער זיך צוגעוואוינט צו עובר זיין אויף דעם עוון בקביעות, ווי די וואס פלעגן זיצן און דערציילן גנאי ווערטער אויף מענטשן – אזעלכע מענטשן ווערן גערופן ביי חז"ל "בעלי לשון הרע", און זייער עונש איז א סך גרעסער, ווייל זיי זענען עובר אויף דער תורה פון השם מיט א זלזול, און עס איז ביי זיי געווארן ווי הפקר. און אויף זיי שטייט אין תהלים (י"ב, ד') "יכרת ה' כל שפתי חלקות לשון מדברת גדלות" – השם זאל פארשניידן אלע חנפ'נדיגע ליפן, די צונג וואס רעדט גרויסע זאכן.