הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ב'
דער לאו וואס מיר האבן געשריבן אז מען איז אויף אים עובר ביים דערציילן לשון הרע, איז נאר דער לאו וואס שטייט בפירוש אויף דער עבירה. אבער עס זענען דא נאך א סך לאוין און עשין וואס מען איז אויף זיי עובר דורך דערציילן לשון הרע.