הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף א'
עס איז אסור צו דערציילן א גנות אויף זיין חבר, און אפילו ווען די גנות איז אמת; און דאס ווערט גערופן ביי חז"ל "לשון הרע". און דער מספר איז עובר אויף דעם לא תעשה (ויקרא י"ט, ט"ז) "לא תלך רכיל בעמיך"; און דערציילן די גנות פון זיין חבר ווערט גערעכנט פאר רכילות.