הלכות חפץ חיים
הלכה 39 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – ארורין

א) אויב ער דערציילט לשון הרע איז ער עובר אויף (דברים כ"ז, כ"ד) "ארור מכה רעהו בסתר" – פארשאלטן איז דער וואס שלאגט זיין חבר בסתר; וואס דער פסוק רעדט פון לשון הרע.

ב) ער איז אויך עובר אויף "ארור משגה עור בדרך" – פארשאלטן איז דער וואס פארפירט א בלינדן אויפן וועג; און די כוונה פון דעם פסוק איז אויף דעם וואס לייגט אוועק א מכשול פאר אן אנדער מענטש, כדי ער זאל נכשל ווערן אין אן איסור; און אזוי ווי דא, וואס ער ברענגט דעם הערער צו א מכשול פון לשון הרע.

ג) און אויב, חס ושלום, איז דער ענין פון שמירת הלשון ביי אים געווארן הפקר, איז ער אויך עובר אויף נאך אן ארור, וואס דאס איז (דברים כ"ז, כ"ו) "ארור אשר לא יקים את דברי התורה הזאת לעשות אותם" – פארשאלטן איז דער וואס וועט נישט מקיים זיין די ווערטער פון דער תורה זיי צו טון; וואס דאס רעדט פון דעם וואס נעמט נישט אויף זיך אלע מצוות פון דער תורה אן אן אויסנאם.

ד) און אויב, חס ושלום, האט ער דערציילט לשון הרע אויף זיין פאטער און מוטער, איז ער עובר אויף דעם ארור (דברים כ"ז, ט"ז) "ארור מקלה אביו ואמו".

און באוואוסט איז דער מאמר הגמרא (שבועות דף ל"ו ע"א): "ארור – בו קללה, בו נידוי" – אין דעם ווארט "ארור" איז דא א קללה און עס איז דא א נידוי. דעריבער דארף דער מענטש וואס היט זיך נישט אין שמירת הלשון ציטערן אויף זיין נפש, טאמער האט מען אים מנדה געווען אין הימל צוליב דעם.

און נאך עטליכע שלעכטע ענינים קומען ארויס צוליב דעם ענין פון לשון הרע, ווי די מדה פון אכזריות, און די מדה פון כעס, וואס דאס איז א שווערער עוון; און אויך קומט מען א מאל דורך דעם צו ליצנות און צו אנדערע שלעכטע מדות.