הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, י"ד
און נאך זעט אויס אז ער איז אויך עובר אויף דער מצות עשה פון "והלכת בדרכיו" – און דו זאלסט גיין אין זיינע וועגן; וואס מיר זענען באפוילן געווארן צו גיין אין די מדות פון הקב"ה: רחום, חנון, און גומל חסדים, און ענליך די אנדערע גוטע מדות. און אויב אזוי, דער וואס געוואוינט זיך צו צו לשון הרע, גייט זיכער נישט אין די וועגן פון השם.
הנה האבן מיר צוזאמגערעכנט י"ז לאוין און י"ד עשין וואס מען קען עובר זיין ביים דערציילן לשון הרע. און הגם עס איז נישט שכיח אז אלע זאלן זיך מקיים זיין ביי איין מענטש, אבער אויף יעדן פאל, דער וואס איז צוגעוואוינט צו דער שלעכטער מדה, קען זיין אז ער וועט מיט דער צייט עובר זיין אויף זיי אלע.