הלכות חפץ חיים
הלכה 37 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, י"ג

ער האט דערציילט לשון הרע, און אינמיטן דער מעשה איז אריינגעמישט געווארן א תערובת פון שקר, אפילו נאר א טייל – איז ער עובר אויף (שמות כ"ג, ז') "מדבר שקר תרחק" – פון א פאלשן ווארט זאלסטו זיך דערווייטערן. און זיין נאמען האט זיך אויך געטוישט, און ער איז יעצט אין דעם גדר פון א "מוציא שם רע", וואס זיין עונש איז א סך שווערער ווי א פשוט'ער מספר לשון הרע און רכילות.