הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, יב
און העכער פון אלעס, איז ער בשעת ער דערציילט לשון הרע און רכילות עובר אויף דער מצות עשה פון לימוד התורה, וואס דאס איז א מצות עשה גמורה. און עס איז נישטא קיין סוף צו דעם שכר פון דער מצוה, וואס זי איז שקולה כנגד כל המצוות; און פארקערט, דער עונש פאר איר ביטול איז שקול כנגד כל העוונות, ווי חז"ל זאגן: "ויתר הקב"ה על עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים, ולא ויתר על ביטול תורה" – הקב"ה האט מוותר געווען אויף עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכות דמים, און נישט מוותר געווען אויף ביטול תורה.
און א מענטש וואס איז פארנומען מיט זיין פרנסה, אדער ער זוכט ארבעט, גייט ארויס ריין פון דעם עוון אין בית דין של מעלה. אבער בשעת ער דערציילט לשון הרע אדער רכילות, וועלכע תועלת קומט ארויס דערפון פאר זיין פרנסה? און ער איז אויך עובר אויף עטליכע לאוין וואס זענען דא אויף דעם וואס שיידט זיך אפ פון דער תורה.