הלכות חפץ חיים
הלכה 35 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, יא

דער וואס דערציילט לשון הרע איז עובר אויף דער מצות עשה פון "את ה' אלקיך תירא" – פאר השם דיין גאט זאלסטו האבן מורא. וואס מיר זענען געווארנט געווארן מיט דער מצוה צו זיין באוואוסטזיניג אז השם איז תמיד משגיח אויף אונזערע מעשים, און ער וועט אונז באשטראפן לויט דער חומרה פון אונזערע מעשים. און זיכער, דער וואס מאכט זיך הפקר צו דעם עוון פון לשון הרע, האט מבטל געווען די מצות עשה.