הלכות חפץ חיים
הלכה 88 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף א'

מען טאָר נישט מקבל זיין לשון הרע, סיי עס איז פון זאַכן בין אדם למקום און סיי עס איז פון זאַכן בין אדם לחבירו – דאָס הייסט, מען זאָל נישט גלייבן אין האַרצן אַז דער סיפור איז אמת, ווייל דורך דעם ווערט דער וואָס מען האָט אויף אים דערציילט מבוזה; און אַפילו אויב ער איז נישט בפירוש מסכים צו זיין סיפור. ווייל אויב ער איז בפירוש מסכים צום סיפור, ווערט ער גערעכנט סיי פאַר אַ מספר און סיי פאַר אַ מקבל. און דער מקבל איז עובר אויף "לא תשא שמע שוא" (שמות כ"ג, א'), און חז"ל האָבן געזאָגט אַז דאָס איז אַן אזהרה פאַר דעם וואָס איז מקבל לשון הרע – אחוץ די אַנדערע לאוין און עשין וואָס זענען מפורש אין דער פתיחה.

און חז"ל האָבן געזאָגט אַז יעדער וואָס רעדט לשון הרע איז ראוי מען זאָל אים אַוועקוואַרפן צו די הינט, ווי עס שטייט "לא תשא שמע שוא", און סמוך דערצו שטייט "לכלב תשליכון אותו" (שמות כ"ב, ל'). נאָך האָבן זיי געזאָגט, אַז דער עונש פונעם מקבל איז גרעסער ווי פונעם מספר.