הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף י"ב
און אויב ער האָט שוין עובר געווען און געהערט לשון הרע און עס געגלייבט אין זיין האַרצן – סיי עס איז פון די חלקים פון גנאי בין אדם לחבירו, און סיי בין אדם למקום – איז זיין תיקון, אַז ער זאָל זיך מתחזק זיין אַרויסצונעמען די ווערטער פון זיין האַרצן, ער זאָל זיי נישט גלייבן, און ער זאָל אויף זיך מקבל זיין אויף ווייטער מער נישט מקבל צו זיין לשון הרע אויף אַ איד; און ער זאָל זיך מתודה זיין דערויף. און דערמיט וועט ער מתקן זיין די לאוין און עשין וואָס ער האָט עובר געווען דורך קבלת לשון הרע – אַזוי לאַנג ווי ער האָט עס נישט דערציילט פאַר אַנדערע; ווייל דעמאָלט דאַרף ער בעטן מחילה ביי דעם וואָס מען האָט אויף אים דערציילט דעם גנאי.