הלכות חפץ חיים
הלכה 98 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף י"א

עס זענען דאָ אַ סך זאַכן אין וועלכע די וועלט ווערט נכשל אין דעם ענין, ווען מען הערט לשון הרע און מען מעג "חושש זיין". און דער כלל פון דער זאַך איז, אַז מען דאַרף חושש זיין צום לשון הרע נאָר לגבי זיך צו היטן פונעם נידון; אָבער חס ושלום נישט צו טאָן צו אים קיין שום מעשה, אָדער אים גורם זיין אַ היזק. אַפילו אויב דער לשון הרע איז אַרויסגעקומען דורך איין עד כשר וואָס האָט אויף אים מעיד געווען אין בית דין, העלפט עס נאָר לגבי אַ שבועה, אָבער נישט לגבי דעם אַז מען זאָל מעגן אים באַשעדיגן. און נאָך מער: אַפילו אים פיינט צו האָבן איז אסור, און ער איז נישט פטור פון די חיובים וואָס ער איז מחויב צום נידון מן התורה (ווי צדקה און ענליכעס).