הלכות חפץ חיים
הלכה 97 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ו', סעיף י'

הגם קבלת לשון הרע איז אסור מן התורה, פונדעסטוועגן האָבן חז"ל געזאָגט אַז "לחוש" – צו חושש זיין – איז מותר. און די דערקלערונג פון דער זאַך: מען דאַרף אָננעמען די זאַך אויפן אופן פון אַ בלויזן חשש, כדי זיך צו היטן פון אים, אַז עס זאָל נישט קומען קיין היזק דורך אים. און עס זאָל אַפילו נישט זיין בגדר ספק; דעריבער איז ער נאָך אַלץ מחויב גוטס צו טאָן מיטן נידון מיט אַלע טובות וואָס די תורה האָט באַפוילן, ווייל זיין ווערט איז אין אונזערע אויגן אין גאָרנישט פאַרמינערט געוואָרן, נאָר מען מעג חושש זיין און נישט מער. דעריבער, אַלץ וואָס מען מעג חושש זיין, איז נאָר אין אַ פאַל ווען עס קען קומען צו אַ היזק פאַר אים אָדער פאַר אַנדערע; אָבער אין אַן אַנדער ענין טאָר מען בכלל נישט חושש זיין צום לשון הרע און עס גלייבן.