הלכות חפץ חיים
הלכה 10 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, ב

און סיי דער מספר און סיי דער מקבל זענען אויך עובר אויף דעם לאו (שמות כ"ג, א') פון "לא תשא שמע שוא" – זאלסט נישט אננעמען א פאלשן געהער; און מען לייענט עס אויך "לא תשיא" – זאלסט נישט ברענגען אנדערע אננעמען; אויב אזוי נעמט דער לאו ארום ביידע, דעם מספר און דעם מקבל.