הלכות חפץ חיים
הלכה 11 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, ג

און דער מספר איז אויך עובר אויף דעם וואס עס שטייט (דברים כ"ד, ח'): "השמר בנגע הצרעת לשמר מאד ולעשות" – היט זיך מיט דעם נגע פון צרעת, שטארק צו היטן און צו טון. און דער ספרא טייטשט, אז דאס וואס די תורה שרייבט "לשמר מאד", איז די כוונה: נישט צו פארגעסן זיך צו היטן פון לשון הרע, כדי עס זאל נישט קומען אויף דיר די צרעת דורך דעם דערציילן.