הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, א
דער וואס רעדט רכילות אויף זיין חבר איז עובר אויף א לא תעשה, ווי עס שטייט (ויקרא י"ט, ט"ז): "לא תלך רכיל בעמיך" – זאלסט נישט גיין רעדן רכילות צווישן דיין פאלק. ווער הייסט א "רכיל"? דער וואס טראגט רייד און גייט פון איינעם צום אנדערן און זאגט: אזוי האט פלוני געזאגט אויף דיר, און אזוי און אזוי האב איך געהערט אויף פלוני וואס ער האט דיר געטון. אפילו אויב עס איז אמת, חרוב'ט דאס די וועלט. און עס איז דא א גאר פיל גרעסערער עוון פון דעם, און דאס איז לשון הרע, און דאס איז אריין אין דעם כלל פון דעם לאו; און דאס איז דער וואס דערציילט די גנות פון זיין חבר, אפילו ווען ער זאגט אמת. אבער דער וואס זאגט שקר, איז ער א מוציא שם רע אויף זיין חבר.