הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף י'
אויב עס זענען דאָ אויף אים "דברים הניכרים" אַז דאָס וואָס מען דערציילט אויף אים איז אמת, איז דער דין אַזוי: אויב מען קען אים דן זיין לכף זכות, געהערט זיך נישט דאָ דברים הניכרים, ווייל מיר זענען מחויב אים דן צו זיין לכף זכות. אָבער אויב עס איז נישטאָ קיין כף זכות, מעג מען גלייבן און אָננעמען.