הלכות חפץ חיים
הלכה 108 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף ט'

אויב דער וואָס האָט אים דערציילט דעם לשון הרע איז געווען אַ מסיח לפי תומו, איז דער דין אַזוי: אויב מען קען אים דן זיין לכף זכות אין דעם ענין, אָדער דער דערציילער האָט עס נישט אַליין געזען נאָר געהערט פון אַנדערע – טאָר מען זיכער נישט אָננעמען פון אים און באַשליסן לגנאי. און קל וחומר נישט צו גיין און דערציילן פאַר אַנדערע, אָדער אים צו פאַרלירן געלט אָדער אים צו שלאָגן צוליב דעם וואָס ער האָט געהערט.