הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף י"א י"ב
און דווקא אויב עס זענען ממש דברים הניכרים, וואָס זיי זענען נוגע צום עצם סיפור אַליין, און ער האָט זיי אויך אַליין געזען. אָבער אויב זיי זענען ווייט פונעם עצם סיפור, נאָר אַ ביסל פאַרבונדן, אָדער ער האָט זיי נישט אַליין געזען – האָבן די דברים הניכרים נישט קיין שום תועלת, און מען טאָר נישט גלייבן.
און אַפילו ממש דברים הניכרים העלפן נאָר לגבי דעם אַז ער זאָל מעגן אַליין גלייבן דאָס וואָס מען דערציילט; אָבער לגבי צו גיין דערציילן פאַר אַנדערע מענטשן העלפט עס נישט, און עס איז אסור, ווייל אַפילו אויב ער האָט אַליין געזען אַ גנאי אויף זיין חבר טאָר ער נישט גיין און דערציילן. און בשום פנים ואופן טאָר מען נישט דורכן היתר פון דברים הניכרים פאַרלירן געלט פאַר דעם וואָס מען האָט אויף אים דערציילט, אָדער אים שלאָגן.