הלכות חפץ חיים
הלכה 111 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף י"ג

צומאָל ווערט פאַר אַ בית דין געגעבן רשות צוליב צורך שעה. ווי למשל, איינער קומט שרייען פאַר זיי וועגן אַ גניבה וואָס מען האָט ביי אים געגנבעט, און ער שאַצט בוודאי לויט דברים הניכרים אַז פלוני האָט געגנבעט דעם חפץ, און אויך דער בית דין זעט די דברים הניכרים, אָדער עדים האָבן פאַר זיי מעיד געווען אויף די דברים הניכרים – מעג דער בית דין אים שלאָגן כדי ער זאָל מודה זיין. אָבער פאַר אַ יחיד, אָדער אַפילו פאַר אַ בית דין אַזוי לאַנג ווי די דברים הניכרים זענען זיי נישט קלאָר געוואָרן, איז נישט געגעבן קיין רשות דערצו.