הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף י"ד
און פון דעם וועסטו זען ווי פיל מענטשן טועה זענען אין די ענינים. אַז אויב מען האָט ביי זיי געגנבעט אַ חפץ, און זיי האָבן אויף איינעם אַ חשד, זאָגן זיי פאַר די טובי העיר אַז זיי האָבן אויף איינעם דברים הניכרים, און זיי שלאָגן און שטראָפן שלא מן הדין כדי ער זאָל מודה זיין. און דאָס איז נישט כדין, ווייל מען דאַרף ממש דברים הניכרים אָדער עדים; אָבער מען קען זיך נישט פאַרלאָזן אויפן תובע און שלאָגן אַ איד אומזיסט צוליב דעם וואָס מען חושד אים. און אַפילו נאָר צו גלייבן דעם תובע אין האַרצן אַז דער מענטש האָט ביי אים געגנבעט, איז אסור צוליב קבלת לשון הרע. און על אחת כמה וכמה אים צו שלאָגן איז אסור, אַז מען איז עובר אויפן לאו פון "לא יוסיף" (דברים כ"ה, ג').