הלכות חפץ חיים
הלכה 113 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ח', הלכה א'

עס איז נישטאָ קיין חילוק אינעם איסור לשון הרע צי דער דערציילער איז אַ מאַנספּערשוין אָדער אַ פרוי, אַ קרוב אָדער אַ פרעמדער. אַפילו הגם צומאָל איז דער מענטש וואָס מען דערציילט אויף אים דעם לשון הרע נישט מקפיד אויפן דערציילער, ווייל זיי זענען קרובים, און דער וואָס דערציילט לשון הרע אויף זיין קרוב דערציילט עס נישט לגנאי, נאָר בלויז כדי ער זאָל פאַרבעסערן זיינע וועגן – פונדעסטוועגן, אויב ער האָט זיך געאיילט דן צו זיין זיין קרוב לכף חובה, און לפי האמת האָט זיין קרוב נישט געטאָן קיין שלעכטס, איז עס אַ לשון הרע גמור.