הלכות חפץ חיים
הלכה 114 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ח', הלכה ב'

און יעצט וועלן מיר אָנהייבן דערקלערן אויף וועמען די תורה האָט אסור'ט צו דערציילן לשון הרע. דער איסור לשון הרע איז סיי אויף אַ מאַנספּערשוין און סיי אויף אַ פרוי, און עס איז נישטאָ קיין חילוק צווישן זיין ווייב און אַן אַנדער פרוי. און אַ סך ווערן נכשל אין דעם בעוונותינו הרבים, אַז עס איז אין זייערע אויגן מותר צו דערציילן גנאי אויף זיין ווייב און אויף זיין שווער'ס הויז פאַר זיינע ברידער און פאַר זיין טאַטנס הויז. און עס איז נישטאָ קיין שום היתר צו דערציילן אויף זיי לשון הרע, פּונקט ווי אויף אַנדערע מענטשן.