הלכות חפץ חיים
הלכה 115 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף ג'

צומאָל געהערט זיך לשון הרע אַפילו אויף אַ קטן, ווי למשל צו דערציילן דעם גנאי פון אַ יתום וואָס מענטשן האָדעווען אים אויף אין זייער הויז; ווייל דורך דעם קען אַרויסקומען אַז מען וועט אים אַרויסטרייבן פון זיך. און אַזוי אויך אין יעדן פאַל וואָס עס קען אַרויסקומען אַ שאָדן פאַרן קטן, אָדער אים מצער צו זיין, דורכן סיפור.

און אויב ער האָט אין זיין סיפור די כוונה אָפּצושאַפן די שעדיגונגען וואָס קומען דורכן קטן, און אים צו פירן אויפן גלייכן וועג – איז מותר. אָבער ער דאַרף פון פריער וויסן בבירור אַז דער סיפור איז אמת, און זיך נישט איילן זיך צו פאַרלאָזן אויף דעם וואָס ער האָט געהערט פון אַנדערע.