הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף ז'
און ווייס נאָך, אַז אויב איינער איז מוחזק אין שטאָט פאַר אַ רשע צוליב עבירות וואָס מען מעג אים מגנה זיין, איז אויך דער דין אַזוי, אַז מען דאַרף אַליין הערן וועגן די עבירות. און ווער הייסט מוחזק פאַר אַן עובר עבירות? יעדער וואָס איז אָנגענומען אין די אויגן פון די שטאָטס־לייט פאַר אַ רשע, אַזוי אַז עס איז נישטאָ קיין ספק, צוליב די שלעכטע שמועות וואָס גייען שטענדיג אַרויס אויף אים. אָבער אויב עס איז נאָר איין מאָל אַרויס אַ קול, טאָר מען זיך נישט פאַרלאָזן דערויף אים מגנה צו זיין, און אַפילו באַשליסן אין האַרצן איז אסור.