הלכות חפץ חיים
הלכה 117 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף ה' ו'

דער איסור לשון הרע איז דווקא אויף אַ מענטש וואָס על פי דין תורה איז ער בכלל "עמיתך" – "שאתך בתורה ובמצות", וואָס איז מיט דיר אין תורה און מצוות. אָבער די מענטשן וואָס מען ווייסט אויף זיי אַז עס איז אין זיי דאָ אפיקורסות, איז אַ מצוה זיי מגנה און מבזה צו זיין, סיי פאַר זיי און סיי נישט פאַר זיי, סיי אין דעם וואָס ער זעט אויף זיי און סיי אין דעם וואָס ער הערט אויף זיי. ווייל עס שטייט "לא תונו איש את עמיתו" (ויקרא כ"ה, י"ז), "לא תלך רכיל בעמך" (ויקרא י"ט, ט"ז), און זיי זענען נישט בכלל "עמיתך" און "בעמך". און עס שטייט "הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט" וגו' (תהלים קל"ט, כ"א) – דיינע פיינט, השם, האָב איך דאָך פיינט, און מיט די וואָס שטייען אויף קעגן דיר קריג איך זיך. און אַן אפיקורס הייסט דער וואָס איז כופר אין דער תורה און אין דער נבואה אין כלל ישראל, סיי אין תורה שבכתב און סיי אין תורה שבעל פה. און אַפילו אויב ער זאָגט אַז די גאַנצע תורה איז מן השמים אחוץ איין פסוק, אָדער איין קל וחומר – ווערט ער אויך גערעכנט פאַר אַן אפיקורס.

און דווקא אויב ער האָט אַליין געהערט פון זיי רייד פון אפיקורסות; אָבער אויב אַנדערע האָבן אים געזאָגט, טאָר ער זיך נישט פאַרלאָזן דערויף זיי מגנה צו זיין, סיי פאַר זיי און סיי נישט פאַר זיי, און מען טאָר אויך נישט באַשליסן אין האַרצן אַז די זאַך איז ריכטיג; נאָר מען דאַרף דערווייל חושש זיין, און בסתר וואָרענען אַנדערע זיי זאָלן זיך דערווייל נישט מחבר זיין מיט אים, ביז די זאַך וועט זיך קלאָר ווערן. און דאָס אַלץ איז דווקא ביי אַ סתם הערן; אָבער אויב זיי זענען אין שטאָט מוחזק פאַר אפיקורסים, איז זייער דין ווי ער וואָלט זיי אַליין געקענט.