הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף ח'
דער היתר וואָס עס איז דאָ צו דערציילן לשון הרע אויף בעלי מחלוקת, איז דווקא אויב ער זעט אַז דורכדעם וואָס ער וועט דערציילן פאַר מענטשן די גרויסקייט פון דער רמאות אין דער מחלוקת, וועלן די מענטשן זען אַז די בעלי מחלוקת זענען נישט גערעכט, און זיי וועלן זיך נישט אָנשליסן אין דער מחלוקת, און דורך דעם וועט דער קריג בטל ווערן. אָבער עס דאַרפן זיך אויספילן די פאָלגנדע פּרטים:
א. די זאַכן אויף וועלכע עס איז געבויט אַז זיי זענען בעלי מחלוקת, זאָל ער אַליין וויסן, און זיך נישט פאַרלאָזן אויף הערן פון אַנדערע.
ב. ער דאַרף האָבן די כוונה לתועלת, און נישט צוליב שנאה.
ג. אויב ער האָט די מעגליכקייט צו באַרויקן דעם קריג אויף אַן אַנדער אופן אָן רעדן לשון הרע, ווי למשל דורך תוכחה, טאָר ער נישט דערציילן אויף זיי לשון הרע; סיידן ער האָט מורא זיי צו מוסר'ן, ווייל דעמאָלט וועלן די בעלי מחלוקת זען אַז ער איז נישט מיט זיי, און וועלן מפר זיין זיין עצה אָפּצושטעלן דעם קריג. אָבער מען דאַרף צו דעם אַ גרויסן שיקול הדעת, און ער זאָל נישט גיך באַשליסן וועלכע זייט איז גערעכט אין דער מחלוקת, און ער זאָל גוט באַטראַכטן על פי התורה ווער איז גערעכט. און אויב ער איז אין ספק – איז שב ואל תעשה בעסער, און ער זאָל נישט דערציילן לשון הרע, אַפילו כדי אָפּצושטעלן די מחלוקת.