הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף ט'
מען טאָר נישט שעלטן און מבזה זיין די מתים. און די פוסקים האָבן געשריבן אַז עס איז דאָ אַ תקנה און אַ חרם פון די קדמונים נישט אַרויסצוברענגען קיין לעז און שם רע אויף די מתים. און דאָס אַלץ אַפילו אויב דער מת איז אַן עם הארץ; און כל שכן אויב ער איז אַ תלמיד חכם, איז זיכער דער וואָס איז אים מבזה – אַן עון חמור, און ער איז מחויב נידוי דערויף. און דער איסור פון ביזוי תלמיד חכם איז אַפילו אויב ער איז מבזה דעם תלמיד חכם אַליין, און כל שכן אַז מען טאָר נישט מבזה זיין די ווערטער פון זיין תורה.