הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף י'
יעצט וועלן מיר דערקלערן פאַר וועמען מען טאָר נישט דערציילן לשון הרע. עס איז נישטאָ קיין שום חילוק אינעם איסור פון דערציילן, צי ער דערציילט פאַר אַנדערע מענטשן, פאַר זיינע קרובים אָדער פרעמדע, אָדער פאַר זיין ווייב – סיידן עס איז אַ זאַך וואָס מען דאַרף איר מודיע זיין צוליב דעם תועלת וואָס וועט פון דעם זיין אויף ווייטער. ווי למשל, זי פאַרקויפט אויף באָרג אין זייער געשעפט פאַר שלעכטע מענטשן, וואָס עס וועט שפּעטער זיין שווער אַרויסצונעמען פון זיי; דעריבער דערציילט ער איר זייער שלעכטן כאַראַקטער, און וואָרנט זי נישט צו פאַרקויפן פאַר זיי.
און דער זעלבער דין איז אַז אַ שותף קען דערציילן פאַר זיין שותף אויף מענטשן וואָס לויט זיין מיינונג זענען זיי נישט בחזקת נאמנים. און אַפילו אויב ער קען אַליין נישט זייער שלעכטע נאַטור, נאָר ער האָט געהערט פון אַנדערע, מעג ער אויך איר דערציילן וואָס ער האָט געהערט אויף זיי, און זי וואָרענען פון זיי. אָבער מען טאָר נישט גלייבן וואָס מען האָט געהערט אויף זיי, נאָר בלויז חושש זיין.