הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף י"א
און אויך איז נישטאָ קיין חילוק אין זיין איסור, צי דער סיפור איז געווען פאַר מענטשן וואָס זענען נישט קיין קרובים פונעם מענטש וואָס ער דערציילט אויף אים, אָדער פאַר זיינע קרובים. און אַפילו אַ ברודער אויף זיין ברודער פאַר זיין טאַטן, איז עס אויך אַ לשון הרע גמורה. און אַפילו אויב ער האָט אין דעם סיפור די כוונה אַז זיינע קרובים זאָלן אים מוסר'ן דערויף, איז אויך אסור, ווייל ער האָט אים געדאַרפט פריער מוסר'ן בינו לבין עצמו, און נישט גלייך גיין און דערציילן זיין שאַנד; סיידן ער שאַצט אַז זיין תוכחה וועט אים נישט העלפן, דעמאָלט איז מותר.