הלכות חפץ חיים
הלכה 126 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ט, סעיף א'

עס זענען דאָ זאַכן וואָס זענען אסור מצד אבק לשון הרע. ווי למשל ער זאָגט: "ווער וואָלט געגלייבט אויף פלוני אַז ער וועט זיין ווי ער איז יעצט", אָדער ער זאָגט: "דערמאָנט נישט פלוני; איך וויל נישט זאָגן וואָס איז מיט אים געשען...".

און אַזוי אויך דער וואָס דערציילט דעם שבח פון זיין חבר פאַר זיינע שונאים, איז אויך בכלל אבק לשון הרע, ווייל דאָס איז זיי גורם צו דערציילן זיין גנאי. און אויב ער דערציילט אַ סך זיין שבח, איז אַפילו נישט פאַר זיינע שונאים אויך אסור; ווייל דורך דעם קומט ער אַליין צו מגנה זיין אים צום סוף: "אחוץ די איינע שלעכטע מדה וואָס ער האָט...", אָדער די הערער וועלן זאָגן: "פאַרוואָס דערציילסטו אַזוי פיל זיין שבח, ער האָט דאָך די שלעכטע מדה...".