הלכות לשון הרע, כלל ח', סעיף י"ד
עס איז נישטאָ קיין חילוק אין קבלת לשון הרע צי ער הערט עס פון פרעמדע מענטשן, אָדער פון זיין טאַטן און מאַמען און זיינע הויזגעזינד. און נאָך מער: עס ווערט געבראַכט אין תנא דבי אליהו פּרק כ"א, אַז אויב ער זעט ביי זיין טאַטן און מאַמען אַז זיי רעדן איבעריגע רייד, ווי למשל לשון הרע – אחוץ וואָס ער איז געוואָרנט נישט מקבל צו זיין דעם לשון הרע, דאַרף ער זיי נאָך מוסר'ן אַז זיי זאָלן זיך דערפון אָפּהאַלטן; און אויב ער האָט פאַר זיי געשוויגן, ווערט ער און זיי באַשטראָפט מיט אַ גרויסן עונש.
און עס שטייט אין מסכת שבת (נ"ד ע"ב), אַז דער וואָס קען מוחה זיין ביי זיינע הויזגעזינד און ער איז נישט מוחה, ווערט באַשטראָפט אויף זיי לעתיד לבוא. דעריבער זאָל אַ מענטש שטענדיג געוואוינט זיין צו מוסר'ן זיינע הויזגעזינד אויף אַזעלכע ענינים, און נאָר מיט ווייכע ווערטער, און זיי פאָרלייגן ווי גרויס דער עונש איז וואָס מען באַקומט דערפאַר, און ווי גרויס דער שכר איז פאַר דעם וואָס היט זיך דערין. און נאָך מער זאָל ער זיך אַליין היטן, אַז זיינע הויזגעזינד זאָלן אים נישט הערן זאָגן ווערטער פון גנאי אויף זיין חבר; ווייל אויב ער אַליין וועט עובר זיין אויפן איסור לשון הרע, אחוץ דעם איסור אַליין, וועט ער שפּעטער נישט האָבן קיין פּתחון פּה זיי צו מוסר'ן. און בדרך כלל איז די הנהגה פון די הויזגעזינד באַאיינפלוסט פונעם בעל הבית; דעריבער זאָל ער זיך אין דעם אַליין זייער היטן.