הלכות חפץ חיים
הלכה 127 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ט, סעיף ב'

און דאָס אַלץ איז ווען ער לויבט אים נישט ברבים. אָבער אים צו לויבן ברבים איז אסור אויף יעדן אופן, ווייל אומעטום זענען דאָ מקנאים, און זיי וועלן קומען צו דערציילן זיין גנאי.

און אויב ער וויל לויבן אַ מענטש וואָס איז מוחזק ברבים און באַקאַנט פאַר אַ צדיק און אַ כשר'ער, קען מען אים לויבן אַפילו פאַר אַ שונא און אַ מקנא, ווייל זיי וועלן אים נישט קענען מגנה זיין; און אויב זיי וועלן אים מגנה זיין, וועלן אַלע וויסן אַז זיי רעדן נאַרישע ליגנס.