הלכות חפץ חיים
הלכה 128 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ט', סעיף ג'

אַ מענטש דאַרף זיך היטן פון לויבן זיין חבר מיט אַ שבח וואָס ברענגט צו אַ הפסד. ווי למשל אַן אורח וואָס וועט אַרויסגיין אין גאַס און דערציילן פאַר אַלעמען ווי דער בעל הבית האָט מיט אים געטאָן אַ טובה און אים אויפגענומען פאַר אַ גאַסט; וואָס דורך דעם וועלן זיך צונויפקלייבן צום בעל הבית שלעכטע מענטשן, און וועלן אים אויסנוצן און אויפעסן זיין געלט. און אויף אַזאַ ענין שטייט (משלי כ"ז, י"ד): "מברך רעהו בקול גדול בבקר השכים – קללה תחשב לו", דער וואָס בענטשט זיין חבר מיט אַ הויכן קול פרי אין דער פרי, ווערט עס אים גערעכנט פאַר אַ קללה. און פון דעם קען מען לערנען אַז דער זעלבער דין איז אויב איינער האָט באַקומען אַ הלואה פון זיין חבר, און ער פאַרשפּרייט פאַר אַלעמען די גרויסקייט פון זיין טובה; ווייל דורך דעם וועלן זיך צו אים צונויפקלייבן שלעכטע מענטשן, און ער וועט זיך פון זיי נישט קענען אַרויסדרייען.

און אַ מענטש איז מחויב צו היטן זיין מויל און זיין צונג, אַז מען זאָל אים נישט חושד זיין אין זיינע ווערטער און ער זאָל נישט אויסזען ווי אַ דערציילער פון לשון הרע. און אויב ער האָט זיך געבראַכט צו אַ חשד, ווערט עס גערעכנט פאַר אבק לשון הרע.