הלכות לשון הרע, כלל ט', סעיף ד'
מען טאָר נישט וואוינען אין דער שכנות פון בעלי לשון הרע, און כל שכן זיצן מיט זיי און הערן זייערע רייד. און אַפילו אויב ער האָט נישט אין זינען מקבל צו זיין די זאַך, ווייל ער נייגט צו זיין אויער צו הערן, טאָר ער נישט זיצן מיט זיי.
און אויב ער ווייסט אויף איינעם פון זיינע תלמידים אַז ער איז אַ בעל לשון הרע, דאַרף ער אים אָפּשטויסן פון זיך.
און אויב ער איז דורך עפּעס אַן אונס געכאַפּט געוואָרן אין אַ חבורה פון בעלי לשון הרע, און ער הערט אַז זיי רעדן לשון הרע: אויב זיין תוכחה וועט העלפן אַז זיי זאָלן אויפהערן – איז ער זיכער מחויב זיי צו מוסר'ן מדין תורה. און אַפילו אויב ער שאַצט אַז זיין תוכחה וועט נישט העלפן, אָבער ער וועט אויך דורך דעם נישט קאַליע מאַכן, איז ער מחויב זיי צו מוסר'ן. דעריבער טאָר מען נישט זיצן מיט בעלי לשון הרע, ווייל אַפילו מיט זיין שווייגן ווערט ער באַשטראָפט, ווען ער הערט זייערע רייד און ער זאָגט נישט קיין מוסר.