הלכות חפץ חיים
הלכה 13 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, ה

און דער מספר איז אויך עובר אויף דעם לאו (דברים ח', י"א) "השמר לך פן תשכח את ה' אלקיך" – היט דיך, טאמער וועסטו פארגעסן השם דיין גאט; וואס דאס איז אן אזהרה פאר די בעלי גאוה. ווארום ווייל ער מאכט חוזק פון זיין חבר, האלט ער מן הסתם זיך אליין פאר א חכם און פאר א חשוב'ן מענטש; ווארום ווען ער וואלט געקענט זיינע אייגענע חסרונות, וואלט ער נישט חוזק געמאכט פון זיין חבר. און באוואוסט איז דער מאמר חז"ל אין סוטה (דף ד' ע"ב), אז דער עוון פון גאוה איז גאר שווער, ווי עס ווערט דארט געברענגט אז צוליב דעם וועט זיין שטויב נישט אויפגעטרייסלט ווערן ביי תחיית המתים; און ער איז ווי אן עובד עבודה זרה, און די שכינה קלאגט אויף אים, און ער ווערט גערופן "תועבה".

און באזונדערס ווען ער מאכט זיך אליין כבוד מיט דעם דערציילן פון לשון הרע, איז ער זיכער עובר אויף דעם לאו; חוץ דעם וואס חז"ל האבן אים אפגעשניטן פון עולם הבא, און זיי האבן געזאגט (ירושלמי חגיגה פרק ב', הלכה א'): "המתכבד בקלון חבירו אין לו חלק לעולם הבא" – דער וואס מאכט זיך כבוד מיט דער בזיון פון זיין חבר, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא.