הלכות חפץ חיים
הלכה 14 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, ו

און סיי דער מספר און סיי דער מקבל זענען אויך עובר אויף דעם לאו (ויקרא כ"ב, ל"ב) "ולא תחללו את שם קדשי" – און איר זאלט נישט מחלל זיין מיין הייליגן נאמען. ווייל אין דעם איז נישטא קיין תאוה אדער גשמיות'דיגע הנאה, וואס דורך דעם וואלט זיין יצר זיך געשטארקט אויף אים, דעריבער ווערט דער עוון גערעכנט ווי א מרידה און פשוט א פריקת עול מלכות שמים, און ער איז מחלל שם שמים מיט דעם. און דאס אלעס איז אפילו ביי א פשוט'ן איש ישראל; און באזונדערס ווען ער איז א חשוב'ער מענטש וואס אלע קוקן אויף זיינע מעשים, ווערט זיכער השם'ס נאמען מחולל דורך דעם. און על אחת כמה וכמה ווען די עבירה איז געווען ברבים, איז זיכער דער חטא גאר גרויס, וואס ער ווערט גערופן א מחלל שם שמים ברבים.