הלכות חפץ חיים
הלכה 15 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, ז

און א מאל איז דער מספר אויך עובר אויף דעם לאו (ויקרא י"ט, י"ז) "לא תשנא את אחיך בלבבך" – זאלסט נישט פיינט האבן דיין ברודער אין דיין הארצן. למשל, אויב אין פנים רעדט ער שלום מיט זיין חבר, און הינטער זיינע פלייצעס מאכט ער אים פארשטינקען פאר אנדערע. און על אחת כמה וכמה ווען ער באפעלט זיי בפירוש, אז זיי זאלן נישט גיין אים לאזן וויסן – איז ער זיכער עובר אויף דעם לאו.