הלכות חפץ חיים
הלכה 132 / 215

הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף א'

אויב איינער האָט געזען אַ מענטש וואָס האָט געטאָן אַן עוולה צו זיין חבר, ווי למשל ער האָט אים געגזלט, אָדער ער האָט אים געעשקט, אָדער אים באַשעדיגט – סיי דער נגזל אָדער דער נעשק ווייסן דערפון, סיי נישט – אָדער ער האָט אים פאַרשעמט און מצער געווען מיט ווערטער און מאונה געווען מיט ווערטער; און עס איז אים בבירור באַוואוסט געוואָרן אַז ער האָט אים נישט אומגעקערט דעם גזל, און נישט באַצאָלט זיין שאָדן, און נישט געבעטן מחילה פאַר דעם וואָס ער האָט אים פאַרשעמט – אַפילו אויב ער האָט עס געזען אַליין אָן אַ צווייטן עד מיט אים, קען ער דערציילן פאַר מענטשן כדי צו העלפן דעם מענטש וואָס איז באַשעדיגט געוואָרן, און מגנה צו זיין די שלעכטע מעשים פאַר די בריות. אָבער עס דאַרפן זיך אויספילן די פאָלגנדע זיבן פּרטים.