הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף ב'
א. ער זאָל זען די זאַך אַליין, און נישט דורך הערן פון אַנדערע, סיידן עס איז אים קלאָר געוואָרן אַז עס איז אמת.
ב. ער זאָל זיך זייער היטן נישט גלייך צו באַשליסן אין זיין זינען אַז עס איז גזל און עושק, און ער זאָל גוט באַטראַכטן צי עס איז בכלל גזל אָדער עושק.
ג. ער זאָל פון פריער מוסר'ן דעם חוטא מיט ווייכע ווערטער.
ד. ער זאָל נישט מאַכן די עוולה גרעסער ווי זי איז.
ה. ער זאָל האָבן די כוונה לתועלת, און נישט כדי הנאה צו האָבן פונעם פגם וואָס ער לייגט אַרויף אויף זיין חבר, און נישט צוליב אַ שנאה וואָס ער האָט אויף אים פון פריער.
ו. אויב ער קען אויספירן דעם תועלת מיט אַן אַנדער עצה, אָן צו דערציילן אויף אים לשון הרע, טאָר ער נישט דערציילן.
ז. ער זאָל נישט גורם זיין פאַרן מזיק מער היזק ווי עס וואָלט אים געשען ווען מען וואָלט מעיד געווען אויף דער מעשה וואָס ער האָט געטאָן אין בית דין.