הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף ג'
מען מעג דערציילן אויף אַ מענטש וואָס האָט גורם געווען אַ שלעכטס פאַר זיין חבר, כדי ער זאָל פאַרריכטן זיינע מעשים, נאָר אויב די מעשים פונעם דערציילער אַליין זענען בעסער ווי זיינע. אָבער אויב ער איז אַ חוטא ווי יענער, איז אסור עס צו פאַרשפּרייטן; ווייל אַזאַ מענטש האָט נישט די כוונה צו פאַרשפּרייטן לתועלת, נאָר זיך צו פרייען מיט יענעמס אומגליק און אים דערמיט מבזה צו זיין. און עס שטייט שוין וועגן דעם ענין (הושע א', ד'): "ופקדתי את דמי יזרעאל על בית יהוא" – און איך וועל געדענקען (באַשטראָפן) דאָס בלוט פון יזרעאל אויף דעם הויז פון יהוא. אַז הגם יהוא האָט געטאָן אַ מצוה וואָס ער האָט אויסגעראָטן דאָס הויז פון אחאב, ווייל ער איז דערויף באַפוילן געוואָרן דורך אַ נביא, און מען האָט אים דערפאַר געגעבן מלוכה אויף פיר דורות – פונדעסטוועגן איז אויף אים צום סוף נפקד געוואָרן דאָס בלוט פון בית אחאב, ווייל ער אַליין איז אויך געווען אַ רשע.