הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף ד'
דער פינפטער פּרט וואָס מיר האָבן אויבן געשריבן, אַז ער זאָל האָבן די כוונה לתועלת: עס מאַכט נישט אויס, אויב די מענטשן פאַר וועמען ער דערציילט קענען העלפן דעם נגזל און דעם נעשק אין זייער ענין – איז זיכער ריכטיג צו דערציילן; און אַפילו אויב דער תועלת וועט נישט קענען אַרויסקומען דורך זיין סיפור, נאָר ער האָט די כוונה אַז מענטשן זאָלן זיך אָפּהאַלטן פון אַ שלעכטן וועג ווען זיי וועלן הערן אַז די בריות מאַכן מגונה די פועלי און, און אפשר וועט ער אַליין הערן און זיך אומקערן פון זיינע שלעכטע מעשים ווען ער וועט הערן אַז די בריות מאַכן אים מגונה – ווערט עס אויך גערעכנט פאַר אַ תועלת פונעם סיפור לשון הרע; ווייל ער האָט נישט די כוונה הנאה צו האָבן פונעם סיפור לשון הרע, נאָר מקנא צו זיין פאַרן אמת, און אפשר וועט דורך דעם קומען אַ תועלת אויף ווייטער.
אָבער אויב ער שאַצט אַז עס וועט נישט זיין קיין שום תועלת פון זיין סיפור, ווי למשל אויב די מענטשן פאַר וועמען ער דערציילט האָבן אַליין געטאָן אַזאַ עוולה, און עס ווערט ביי זיי בכלל נישט גערעכנט פאַר קיין עון – טאָר ער זיי נישט דערציילן. ווייל אחוץ וואָס עס וועט נישט אַרויסקומען קיין שום תועלת, וועט נאָך אַרויסקומען אַ קלקול, ווען זיי וועלן דערציילן דעם סיפור פאַרן גזלן און פאַרן עושק, און וועלן קומען צו "לא תלך רכיל בעמך".
און עס איז נישטאָ קיין חילוק אין דעם ענין צי דער נגזל האָט ביי אים געבעטן ער זאָל דערציילן און אים העלפן, אָדער ער דערציילט פון זיך אַליין כדי אים צו העלפן. אויף דעם אופן וואָס מען מעג דערציילן, מעג מען אַפילו אויב ער האָט נישט געבעטן; און אויף דעם אופן וואָס עס איז אסור – איז אסור אַפילו אויב ער האָט געבעטן.