הלכות חפץ חיים
הלכה 142 / 215

הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף י"א

ווי שטאַרק מען דאַרף זיך היטן נישט מתיר צו זיין פאַר זיך צו דערציילן פאַר אַנדערע ווי ער האָט געהאַט אַן עסק מיט פלוני און ער האָט אים געגזלט אָדער געעשקט, אָדער אים געשאָלטן אָדער פאַרשעמט, און אַזוי ווייטער. און אַפילו אויב ער ווייסט אַליין אַז דער סיפור איז אמת, און עס זענען דאָ אַלע פּרטים צו מתיר זיין – פונדעסטוועגן איז אסור; ווייל בשעת'ן סיפור איז זיין כוונה נאָר מגנה צו זיין זיין חבר און נישט לתועלת. און וואָס מער ער וועט זען אַז זיין חבר ווערט מגונה, אַלץ מער וועט ער הנאה האָבן.