הלכות חפץ חיים
הלכה 143 / 215

הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף י"ב

און קל וחומר אויב יענער האָט אים נישט געטאָן קיין שלעכטס, נאָר ער האָט אים נישט געטאָן די טובות וואָס לויט זיין מיינונג וואָלט געווען ראוי ער זאָל אים טאָן, ווי אַ הלואה, צדקה, הכנסת אורחים און אַזוי ווייטער – אויב ער מאַכט אים נאָכדעם מגונה דערמיט, איז עס אַ לשון הרע גמורה, און צומאָל איז ער נאָך עובר אויף עטליכע לאוין.

און אַ סך מענטשן ווערן נכשל אין דעם בעוונותינו הרבים, וואָס מען האָט זיי נישט שיין אויפגענומען אין אַ געוויסער שטאָט, און נאָכדעם דערציילן זיי אין אַן אַנדער שטאָט דעם גנאי פון די חשוב'ע מענטשן פון דער שטאָט וואָס האָבן זיי נישט שיין אויפגענומען. און כל שכן אויב זיי דערציילן דעם גנאי פון אַ גאַנצער שטאָט, איז עס זיכער אַן איסור לשון הרע; ווייל דער איסור לשון הרע איז סיי אויף אַ יחיד און סיי אויף אַ גאַנצער שטאָט פון אידן.