הלכות חפץ חיים
הלכה 152 / 215

הלכות רכילות, כלל א', סעיף ה'

עס איז נישטאָ קיין חילוק אין דעם איסור פון רכילות צי ער האָט אים דערציילט פון זיך אַליין מיט זיין ווילן, אָדער צי זיין חבר האָט אַליין אַ ביסל פאַרשטאַנען די זאַך און האָט זיך אָנגעשטעלט און אים געדרונגען אַז ער זאָל אים דערציילן וואָס פלוני האָט גערעדט פאַר אים אויף אים. און אַפילו זיין טאַטע אָדער זיין רבי האָבן אים געדרונגען אַז ער זאָל זיי דערציילן וואָס פלוני האָט גערעדט אויף זיי, און אַפילו אויב עס איז נאָר אבק רכילות, אין אַלע די אופנים איז אים פונדעסטוועגן אסור צו דערציילן צוליב דעם איסור פון רכילות.