הלכות חפץ חיים
הלכה 162 / 215

הלכות רכילות, כלל ב', סעיף ד'

און לויט דעם, אויב אַ שותף האָט געוואָלט זיך אָפּטיילן מיט זיין געשעפט פון זיין שותף, ווייל ער האָט געמיינט אַז אַנדערע וועלן זיך משתתף זיין מיט אים, און צום סוף איז אים נישט געלונגען, איז אסור צו אַנטפּלעקן די זאַך פאַר זיין ערשטן שותף. אַפילו די זאַך איז שוין באַקאַנט געוואָרן דורך דריי מענטשן. ווייל ער וועט זיכער ברוגז ווערן אויף זיין שותף וואָס האָט אים געוואָלט פאַרלאָזן.