הלכות חפץ חיים
הלכה 163 / 215

הלכות רכילות, כלל ג', סעיף א'

עס איז אסור צו דערציילן רכילות אַפילו ווען עס איז אַ פולשטענדיגער אמת, אַפילו שלא בפניו, אַפילו ווען ער ווייסט אַז ער וואָלט די רכילות דערציילט ממש אין זיין פנים. און כל שכן אויב ער איז זיך מעיז צו זאָגן אים אין פנים "דו האָסט גערעדט אויף אים אַזוי און אַזוי", "דו האָסט אים געטון אַזוי און אַזוי", וואָס דורך דעם ווערט געמאַכט אַ שטאַרקערע שנאה. ווייל דער וועמען מען האָט עס דערציילט איז מער זיכער אַז עס איז אַ פולשטענדיגער אמת, ווייל ווען עס וואָלט נישט געווען אמת, וואָלט ער זיך נישט מעיז געווען צו זאָגן אים אין פנים אַז ער האָט אַזוי געטון.