הלכות רכילות, כלל ג', סעיף ב'
אויב ראובן האָט דערציילט אויף שמעון פאַר לוי, און לוי איז געגאַנגען און דערציילט די ווערטער פאַר שמעון, איז אסור פאַר שמעון נאָכדעם צו זאָגן פאַר ראובן: ווי אַזוי האָסטו גערעדט אויף מיר פאַר לוי? ווייל דורך דעם איז ער עובר רכילות אויף לוי. און אַפילו אויב ער וועט אים נישט בפירוש דערמאָנען אַז לוי האָט אים דערציילט, אויב דורך דעם וועט ראובן אַליין פאַרשטיין ווער עס האָט דערציילט פאַר שמעון, איז אסור אים צו זאָגן.