הלכות חפץ חיים
הלכה 165 / 215

הלכות רכילות, כלל ג', סעיף ג' ד'

און וויס נאָך, אַז עס הייסט אַן איסור רכילות אַפילו ווען ער זאָגט עס נישט פאַר דעם וועמען די זאַך גייט אָן. למשל ער זאָגט סתם צו זיין חבר: אַזוי און אַזוי האָב איך געהערט אויף ראובן, אַז ער האָט דערציילט אויף שמעון אַזוי און אַזוי. ווייל דער דרך פון אַזעלכע מעשיות איז זיך צו פאַרשפּרייטן און צו ברענגען אַ קריג צווישן פלוני און דעם וואָס האָט אויף אים דערציילט.

און כל שכן אַז עס איז אסור צו דערציילן פאַר אַ מענטש וואָס מען האָט דערציילט אויף זיינע קינדער און קרובים, ווייל דער דרך פון אַ מענטש איז זיך צו דערצערנען פון אַזעלכע מעשיות.

און אויב זיין כוונה ווען ער דערציילט פאַר זיין חבר איז כדי ער זאָל מוסר'ן ראובן וואָס האָט גערעדט לשון הרע אויף שמעון, זע אין חלק א' כלל י' סעיף ו'.