הלכות חפץ חיים
הלכה 167 / 215

הלכות רכילות, כלל ד', סעיף ב' ג'

אויב ראובן האָט מגנה געווען שמעון פאַר צוויי מענטשן, און איינער פון זיי איז עובר געווען אויף דעם איסור רכילות און האָט דערציילט פאַר שמעון, פונדעסטוועגן דאַרף דער צווייטער זיך היטן נישט צו דערציילן פאַר שמעון, און כל שכן אויב ער וויל די מעשה נאָך מער אויסשמיקן, און ער הייסט אַ הולך רכיל אויב ער דערציילט אים. און אַפילו אויב שמעון פרעגט אים סתם, נישט כדי צו פאַרשטאַרקן די מעשה, פונדעסטוועגן איז אסור אים צו דערציילן. ווייל ווען ער דערציילט אים נאָכאַמאָל, פאַרשטאַרקט ער נאָך מער די שנאה צו ראובן, ווייל עס ווערט מער אָנגענומען ווען ער הערט פון צוויי מענטשן וואָס האָבן עס געהערט. אָדער דער קריג וועט זיך ווידער אויפוועקן ווייל ער וועט הערן די מעשה נאָכאַמאָל.

און אויב ער איז עובר געווען און האָט דערציילט רכילות אויף זיין חבר, האָט ער נישט קיין תקנה ביז ער וועט אים איבערבעטן און בעטן פון אים מחילה, און אויך תשובה טון צו השם, ווייל ער איז עובר געווען אויף "לא תלך רכיל בעמך". אַזוי ווי עס איז מבואר אין חלק א' כלל ד' סעיף י"ב.